באַזוך מײַן או-טוב קאַנאַל

http://www.youtube.com/ikhveysnit


2010/09/02

אַרײַנפֿיר צום בלאָג: שאלות-ותּשובֿות, אַ דערקלערונג און אַ תּירוץ

פֿאַרװאָס שרײַב איך בכלל אַ בלאָג אױף ייִדיש?

ערשטנס װעל איך אײַך געבן דעם גאָר ייִדישן ענטפֿער: פֿאַרװאָס נישט? אַז מ'קען, װעט מען. צװײטנס, װעל איך פֿאַר אײַך צוגעבן אַז איך װיל פֿאַרבעסערן מײַן געשריבענעם ייִדיש און ס'איז ניטאָ קײן בעסער אױפֿן צו דערגרײכן דעם ציל אַחוץ צו שרײַבן און צו באַקומען קאָמענטאַרן און קריטיק. דריטנס, האַלט איך אַז ס'זענען פּשוט נישט גענוג בלאָגן אױף ייִדיש הײַנט צו טאָג און אַפֿילו אַ בלאָג פֿון עמעצן װאָס שרײַבט נישט פּערפֿעקט זאָל זײַן בעסער פֿון גאָרנישט. דאָס הײסט, מײַנע אױספּרוּװן אין דער װעלט פֿון ייִדיש-שפּראַכלעכער בלאָגערײַ װעלן גאָרנישט ניט שאַטן און װעלן ניט װײַטער קאַליע מאַכן דעם מצבֿ פֿונעם הײַנטצײַטיקן געשריבענעם ייִדישן װאָרט. איך װיל אױך שרײַבן דעם דאָזיקן בלאָג װײַל איך מײן אַז ס'זענען אַ סך אינטערעסאַנטע טעמעס װאָס איך קען באַהאַנדלען װאָס װערן נישט אָפֿט באַשריבן אױף ייִדיש, בפֿרט נישט אױף דער אינטערנעץ. 95% אָדער מער פֿון די אַרטיקלען װאָס װערן הײַנט געשריבן אין אונדזער שפּראַך האָבן צו טאָן נאָר מיט פּאָליטישע, רעליגיעזע אָדער ליטעראַרישע טעמעס און ס'איז כּמעט גאָרנישט מער ניט װאָס צו לײענען. אַ פּאָר פֿון די חסידישע זשורנאַלן פֿון די לעצטע פּאָר יאָרן דעקן אַנדערע טעמעס, למשל געשיכטע, װיסנשאַפֿט און אַזױ װײַטער. דער פֿאָרװערטס שרײַבט אױכעט אַרטיקלען װעגן אַזעלכע טעמעס, אָבער נישט אַזױ אָפֿט װי ער באַהאַנדלט מער אינטעלעקוטעלע ענינים. און אַזױ מײן איך אַז איך קען "פֿילן" אַ ביסל פֿון אַ נישע. למשל, װיל איך שרײַבן אַ פּאָר אַרטיקלען װעגן דעם נאָרמאַלן לעבן פֿון אַן אַמעריקאַנעם קאַלעדזש סטודענט, ספּאָרט און פּאָפּולוערע קולטור (בפֿרט קריטיקן דערפֿון), דרײַ טעמעס װעגן װאָס איך האָב כּמעט גאָרנישט נישט געלײנט אױף ייִדיש.

װאָסערע אַנדערע טעמעס װעלן באַהאַנדלט װערן אױפֿן בלאָג?צי װעט דער מאַטעריאַל זײַן פּאַסיק פֿאַר אַ הײמישן לײענער?

איך װיל דװקא אױך שרײַבן װעגן פּאָליטיק, ליטעראַטור, ייִדיש און ייִדישקײט און אַזעלכע טעמעס װאָס מ'לײענט גאַנץ אָפֿט אױף ייִדיש. צוליב דעם װאָס איך בין אַ יונגער ייִדישיסט װאָס פֿאָרשט און אַרבעט מיט דעם הײַנטצײַטיקן חסידישן ייִדיש, װעל איך אַרומרעדן אַנדערע טעמעס װאָס זענען ספּעציפֿיש אינטערעסאַנט פֿאַר די-אָ צװײ ציבור. איך װיל אױך מאַכן אַן אָרט, אַבי נאָר אַ דיגיטאַלישס, כּדי די צװײ גרופּעס ייִדישע רעדנדיקע זאָלן קענען צוזאַמענקומען און דיסקוטירן פֿאַרשידענע ענינים װאָס זענען זײ װיכטיק. דערצו, װעל איך זאָגן אין פֿאָרױס אַז איך װעל דאָ גאָרנישט שרײַבן װאָס װעט זײַן אָפֿענסיװ צו קײן פֿרומען ייִד אָדער צום חסידישן/הײמישן לעבנסשטײגער. איך װעל אַרומרעדן זאַכן װאָס מ'זעט נישט געװײנטלעך, אָדער קײנמאָל נישט בכלל, אין ייִדיש, אָבער איך װעל ניט חלילה שרײַבן עפּעס װאָס איז קעגן הלכה.

װער איז דער מחבר? 
הײסן הײס איך דזשאָרדין אָדער אָפֿט מאָל אױף ייִדיש יאַנקל. איך בין אַ סטודענט אין רוטגערס אוניװערסיטעט אין ניו דזשערזי אין מײַן לעצטן יאָר פֿון לערנען. מײַנע הױפּט-לימודים (מעיִזשאָרס) זענען שפּאַניש און ייִדישע-שטודיעס, דאָס הײסט די געשיכטע, קולטורן און טראַדיציעס פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און זײערע שפּראַכן און ליטעראַטורן. דאָס נעמט אַרײַן אַװדאי אױך ייִדישקײט אַלס רעליגיע אָבער מ'באַהאַנדלט די שטודיע פֿון רעליגיעזע טעקסטן (תּנ"ך, תּלמוד) אױף אַ װיסנשאַפֿטלעכן אױפֿן, דאָס הײסט גאַנץ אַנדערש װי זי װערט באַהאַנדלט, להבדיל, אין אַ ישיבֿה. מיט מײַנע שפּאַנישע לימודים לערן איך אױס װי אַזױ צו זײַן אַן איבערזעצער, בפֿרט װי אַזױ צו פֿאַרטײַטשן טעקסטן פֿון שפּאַניש אױף ענגליש. איך בין אױסגעװאַקסן אין פֿילאַדעלפֿיע און איך האָב זיך אָנגעהױבן לערנען זיך ייִדיש מיט פֿינעף יאָר צוריק.

װאָס זענען די מחבר'ס פּאָליטישע קוקװינקלען?

דעם אמת געזאָגט איז דאָס אין גאַנצן נישט װיכטיק װײַל איך װעל ניט שרײַבן קײן סך װעגן פּאָליטיק. אָבער אַז דאָס איז פֿאָרט אַ ייִדישער בלאָג און ייִדן זענען פֿאַרכאַפּט און באַנומען מיט פּאָליטיק, ביז דעם װאָס אַ סך פֿון זײ װעלן נישט אַפֿילו לײענען אַ טעקסט װאָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט קײן פּאָליטיק אױב זײערע פּאָליטישע מײנונגען שטימען נישט מיטן מחבר'ס, װעל איך מודה זײַן אַז איך בין בכלל אַ לינקער. איך װעל, אָבער, װי פֿריִער געזאָגט, נישט שרײַבן צו פֿיל דאָ װעגן פּאָליטיק. אױב איר זענט פֿאַראינטערעסירט אין מײַנע פּאָליטישן קוקװינקלען, לײענט מײַן ענגלישער בלאָג אָדער שרײַבט מיר אַ בליצבריװל אָדער מעלדונג דורך "בלאַגער".

װאָסערע מין אױסלײג/"ספּעלינג"/אָרטאָגראַפֿיע װעט איר נוצן?
  פֿאַרן איצטיקן מאָמענט נוץ איך דעם ייִװאָ-אױסלײג, נישט צוליב קײן אידעאָלאָגישע סיבות נאָר צוליב דעם װאָס מײַנע שרײַב-געצײַג פֿאַרן קאָמפּױטער האָט מען אױסגעפּלאַנעװעט צו נוצן דעם ייִװאָ אױסלײג. מײַן "ספּעל-טשעקער" (דער מכשיר װאָס קאָריגירט װי אַזױ איך לײג אױס די אותיות) קען נאָר קאָריגירן אױב איך שרײַב מיטן ייִװאָ אױסלײג. אַ פּאָר אַספּעקטן פֿון דער ייִװאָ אױסלײג געפֿעלן מיר אין גאַנצן נישט אָבער אױב איך װאָלט הײַנט געדאַרפֿט נוצן אַן אַנדער אױסלײג פֿאַר אַ לאַנגן טעקסט װאָלט עס מיר זײַן פֿינצטער פֿאַר די אױגן װײַל ס'װאָלט גורם זײַן פֿיל טעכנישע פּראָבלעמען. שפּעטער, װען איך האָב מער צײַט צו עקספּערימענטירן מיט די פֿאַרשידענע שרײַב סיסטעמען פֿאַר ייִדיש אױפֿן קאָמפּױטער, װעל איך אפֿשר שרײַבן מיט פֿאַרשידענע אױסלײגן. דאָס איז נישט קײן אידעאָלאָגישע זאַך, נאָר איז עס צוליב דעם װאָס מער מענטשן װעלן געפֿינען דעם בלאָג דורך גוגל און אַזעלכע "זוך-מאָטאָרן" אױב איך באַנוץ זיך מיט פֿאַרשידענע אָרטאָגראַפֿישע סיסטעמען.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה