באַזוך מײַן או-טוב קאַנאַל

http://www.youtube.com/ikhveysnit


2011/02/05

נאָך אַ מאָל אױסלײג

נישט געקוקט אױף דעם װאָס די טעכנישע אַספּעקטן פֿון שרײַבן אַ בלאָג אױף ייִדיש גײט מיר אָן די יאָרן, פֿיל איך אַז ס'איז נאָך אַלץ כּדאַי װען איך גיב אַ טראַך װעגן װי אַזױ מײַן געשריבענעם ייִדיש װעט פֿאַרבעסערט װערן. טעכניש גערעדט, האָב איך דרײַ ברירות װי אַזױ איך קען אַרײַנטיפּירן אין ייִדיש אױפֿן קאָמפּיוטער. מיט די ערשטע צװײ ברירות מוז איך שרײַבן מיט גױיִשע אותיות און דערנאָך בײַטן די אותיות אױף ייִדישע אותיות דורך אַ דיגיטאַלישן אַפּאַראַט. דאָס גײט מיר אָן אַ סך פּאַמעלעכער, דעם אמת געזאָגט קריכן די װערטער טאַקע אַראָפּ פֿון מײַנע פֿינגער אין קאָמפּיוטער אַרײַן. ס'איז מיר אַפֿילו שנעלער צו שרײַבן מיט פּען און אַ שטיקל פּאַפּיר װי דורכן קאָמפּיוטער סיסטעם װאָס ניצט די גױיִשע אותיות. אָבער דאָס שרײַבן מיט אָט די צװײ סיסטעמען פֿאַרמאָגט אַ גרױסע מעלה, דהײַנו מיט אָט די שרײַב-געצײַג קען דער קאָמפּיוטער זיך קאָריגירן װי אַזױ איך לײג אױס די אותיות און פֿאַרזיכערן אַז איך מאַך נישט קײן גרײַזן. די צרה מיט דעם איז נאָר אַז ס'זענען נאָר צװײ מעגלעכע אױסלײגן מיט װאָס מ'קען איבערקוקן דאָס װאָס מ'האָט געשריבן און אַז איר אַלע װײסט ס'איז נאָך אַלץ פֿאַראַן לױפֿנדיקע מחלוקת װעגן װי אַזױ (אָדער אפֿשר װיאַזױ?) מע זאָל שרײַבן די ייִדישע שפּראַך. אױב איך נוץ דעם "ספּעל-טשעקער", קאָריגירט ער לױטן ייִװאָ אױסלײג אָדער לױטן אױסלײג פֿונעם אַלגעמײנעם זשורנאַל. דאָס הײסט אַז מ'קען זאָגן אַז ס'רעדט זיך פֿון אַ באַשלוס צװישן די אױסלײגן פֿון צװײ פֿאַרשידענע צײַטונגען, דעם ייִדישן פֿאָרװערטס און דעם אַלגעמײנעם זשורנאַל. ס'רבֿ פֿון מײַנע ייִדישיסטישע פֿרײַנט געפֿעלן טאַקע מער דעם ייִװאָ אױסלײג און אַ פּאָר פֿון זײ זענען טאַקע שטאַרקע פּאַרטיזאַנער דערפֿון אָבער דעם אמת געזאָגט האָב איך אַ פּאָר טענות מיטן ייִװאָ אױסלײג. פֿון דער אַנדערער זײַט ס'רבֿ פֿון די פּאָטענציעלע לײענערס פֿונעם בלאָג, די הײמישע אידן װאָס רעדן ייִדיש )אָדער אידיש אױב איר װילט) פֿון דער הײם נוצן גאָר אַן אַנדערן אױסלײג װאָס איז נאָענטער צום סטיל פֿונעם אַלגעמײנעם זשורנאַל אָבער אױכעט אַנדערש דערפֿון און נישט אַזױ סטאַנדאַרדיזירט װי די צװײ אױבנדערמאָנטע. װען אָט די פּאָטענציעלע לײענערס װעלן זוכן אױף ייִדיש דורך די "זוך-מאָטאָרן", װעלן זײ זוכן נאָך "אידיש" און דװקא נישט "ייִדיש." און אַזױ, טרעפֿט מען די מאָדנע סיטואַציע אין װאָס דער מכשיר װאָס קאָריגירט װי אַזױ אױסצולײגן די אותיות פֿאָלגט כּללים װאָס זענען אַנדערש װי דאָס גרױסע רבֿ מענטשן שרײַבן די שפּראַך. און אַז איך בין אַ ייִד און ייִדן װילן זײער אָפֿט מאַכן אַ סיטואַציע אַפֿילו מער קאָמפּליצירט װי ס'דאַרף צו זײַן, װיל איך שרײַבן אױף אַ דריטן אױסלײג װאָס װערט הײַנט זעלטן גענוצט אָבער װאָס מ'פֿלעגט נוצן זײער אָפֿט אין אײראָפּע און שפּעטער אין ישׂראל װאָס איז נישט אין גאַנצן אַזױ װי (אױף דעם אױסלײג ס'װאָלט טאַקע געשטאַנען "אַזױװי") ייִװאָ אָבער פֿאָרט װײַט פֿונעם הײַנטיקן הײמישן אױסלײג. דער אױסלײג האָט מען גענוצט בײַם צײַטונג "װילנער טאָג", און מער װײניקער בײַם געװעזענעם פּרץ פֿאַרלאַג אין ישׂראל. דער גרױסער ייִדישער לינגװיסט און פּעדאַגאָג יודל מאַרק איז אױך געװען אַן אָנהענגער פֿונעם דאָזיקן אױסלײג. אָבער איך קען נישט גוט איבערקוקן װי אַזױ איך לײג אױס אותיות אױף קײן שפּראַך נישט און נישט געקוקט אױף װאָס פֿאַר אַ מין אױסלײג איך נוץ, װעל איך אַװדאי מאַכן פֿיל גרײַזן אױב איך דאַרף אָנגײן אָן קײן "ספּעל-טשעקער." איז, איך מוז שרײַבן אָדער מיטן ייִװאָ-סיסטעם אָדער מיטן סיסטעם פֿונעם אַלגעמײנעם זשורנאַל אױב איך װיל אַז דער קאָמפּיוטער זאָל קאָריגירן דעם טעקסט. און אַפֿילו װען איך זאָל קאָריגירן דעם טעקסט, װעט ער נישט זײַן "קאָרעקט" בײַ ס'רבֿ לײענערס. אָבער גענוג מיט דעם. מענטשן װאָס זענען אַ סך מער געלערנט פֿון מיר האָבן שױן געשריבן גאַנצע ביכער פֿון פּראָבלעמען פֿון דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע, שױן אָפּגערעדט פֿון די גרױסע בערג אַרטיקלען װאָס געפֿינען זיך אױף די פּאָליציעס פֿון פֿילע ביבליאָטעקן. די אײנציקע פּשרה איז דאָך צו שרײַבן אױף בײדע אופֿנים און אַזױ אַרום װעט קײנעם נישט זײַן צופֿרידן דערפֿון :) . אָבער אַ סך מער מענטשן װעלן אַװדאי געפֿינען דעם בלאָג און ס'װעט אױך צוגעבן אַ ביסל פֿאַרשײדנקײט פֿון אײן "פּאָסט" צום צװײטן. דעם אמת געזאָגט לײען איך ייִדיש פֿון אַזױ פֿיל סאָרטן און אַזױ פֿיל מינים שרײַב-סיסטעמען, דערקען איך אַלײן די אונטערשײדן צװישן די װאַריאַנטן נאָר װען איך דאַרף אַלײן באַשלאָסן מיט װאָסערע אותיות איך דאַרף שרײַבן אַ געװיס װאָרט. בײַ מיר איז דאָס נישט אַזױ װיכטיק, אַבי מ'שרײַבט נישט מיטן פֿאַרדײַטשטן סיסטעם פֿון הונדערט יאָר צוריק װאָס הײַנט קײנעם שרײַבט נישט דערמיט (צום בײַשפּיל: דיא מענשען װאָס שרעהבן יודיש דאַרפֿען שרעהבן אַזױ יעדען אַבענט .( בײַ אַנדערע איז דער ענין פֿיל װיכטיקער און ס'װעט זײ טאַקע פּײַניקן אַ ביסל װאָס איך װעל גײן בײַטן (טױשן אױב איר װילט) אױסלײג סיסטעמען יעדע פּאָר "פּאָסטס." פֿון זײ בעט איך מחילה. און פֿאַרן רעשט פֿון אײַך װאָס זענען אַזױ װי איך און װילן לײענען אַ ייִדיש װאָרט, נישט געקוקט אױף אױב מ'שרײַבט ייִדיש צי אידיש, זײַט מיר מוחל װאָס איך האָב אַזױ פֿיל געשריבן װעגן דעם. צום טעמע פֿון אױסלײג װעל איך קײנמאָל נישט צוריקקומען װײַל איך האָב דאָך אַ סך מער אינטערעסאַנטע ענינים צו טײלן זיך מיט אַלעמען און אױב איך טראַכט צופֿיל װעגן װי אַזױ אױסצולײגן יעדעס װאָרט באַזונדערס, װעל איך צום סוף גאָרנישט נישט קענען אָנשרײַבן.
אָבער אױב איר זענט נאָך נישט מיד פֿון דער דאָזיקער דיסקוסיע איבער װי אַזױ מ'זאָל אױסלײגן ייִדיש, קענט איר אַרײַנגײן װאָס טיפֿער אינעם ענין מיט אָט די צװײ ביכער װאָס מ'קען לײענען אין גאַנצן אומזיסט אױפֿן אינטערנעט. דאָס ערשטע בוך געבט איבער די כּללים פֿון ייִװאָ. דאָס צװײטע געבט איבער די כּללים פֿון אַ גרופּע פּראָפֿעסאָרן און געלערנטע װאָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צום אָקספֿאָרדער ייִדישער אינסטיטוט בײַ דער באַקאַנטער אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט אין ענגלאַנד.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה