באַזוך מײַן או-טוב קאַנאַל

http://www.youtube.com/ikhveysnit


2012/01/13

די הײמישע פֿינאַנציעלע "מומחים" און װאָס זײ לערנען אונדז

אײדער איך הײב אָן שרײַבן װעל איך אײַך פּרובירן מסביר זײַן פֿאַרװאָס איך האָב אַזױ לאַנג גאָרנישט נישט אָנגעשריבן. עס טוט מיר טאַקע אַ ביסל װײ װאָס איך האָב אַזױ לאַנג גאָרנישט נישט אָנגעשריבן דאָ אין מײַן ייִדישן בלאָג. איך האָב לאַנג געװאָלט אָבער איך האָב פּשוט ניט געהאַט קײן צײַט פֿאַר בלאָגן און דאָס קלײנטשיקע ביסעלע צײַט װאָס איך האָב יאָ פֿאַרמאָגט אַװעקצופּאַטערן אױף דעם געביט האָב איך אַװעקגעגעבן אױף מײַן ענגלישן בלאָג, אין װעלכן איך האָב אױך דװקא נישט אָנגעשריבן אַזױ פֿיל װי איך האָב געהאָפֿט. אַחוץ אַ מאַנגל פֿון צײַט, איז מײַן אַנדער תירוץ פֿאַרן גײן אַזױ לאַנג אָן שרײַבן דאָס װאָס איך האָב אַזױ פֿיל װעגן װאָס איך װיל שרײַבן. װי אַזױ, פֿרעגט איר, קומט עס אױס אַז מ’זאָל גאָרנישט נישט אָנשרײַבן צוליב דעם װאָס ס’זענען דאָ צופֿיל טעמעס װעגן װאָס מ’װיל שרײַבן? ס’איז טאַקע פּשוט. איך טראַכט אַזױ לאַנג װעגן דאָס װאָס איך װיל שרײַבן און געבט אױס אַזױ פֿיל צײַט מיטן פּרובירן אױסקצולײַבן צװישן די אַלע זאַכן אַז איך געב אַװעק אַלע צײַט אױף דעם און שרײַב גאָרנישט נישט אָן. די אַנדער זאַך מיטן דאָזיקן ייִדישן בלאָג איז אַז איך האָב שױן אײַנגעזאַמלט אַזױ פֿיל קוריאָזן אױף ייִדיש װאָס געפֿינען זיך אין אינטערנעט אַז איך האָב שיִער נישט די צײַט זײ אַדורכצוזוכן און אױסצוקלײַבן די אינטערעסאַנטע. אָדער אפֿשר האָב איך יאָ די צײַט אָבער אַז איך אַרבעט פֿולצײַטיק מיט מאַטעריאַלן װאָס זענען אָדער אָנגעשריבן אָדער רעקאָרדירט געװאָרן אױף דער ייִדישער שפּראַך קען דאָס שרײַבן אַ בלאָג אױף ייִדיש מיך מאַכן פֿילן אַז איך בין שױן איבערגײיִדישט, דאָס הײסט אַז נאָך אַ טאָג פֿון 8 שעה מיט ייִדיש װיל מײַן מוח אַריבערגײן צוריק אױף ענגליש אָדער אפֿשר גאָר מאַכן אַ “װאַקאַציע” אױף שפּאַניש. ס’קען זײַן אַז ס’איז אַ קאָמבינאַציע פֿון די אַלע שױן דערמאָנטע פֿאַקטאָרן. איז, פֿון איצט אָן װעל איך פּרובירן עפּעס אָנצושרײַבן דאָ אױף ייִדיש צום װײניקסטנס אײן מאָל אַלע צװײ װאָכן. אָבער קײן צוזאָגן װעל איך דװקא נישט מאַכן.

איצט װי איך האָב שױן פֿאַרענדיקט מיט פֿאַרװאָס איך האָב גאָרנישט נישט אָנגעשריבן, װעל איך טאַקע אַריבערגײן צו דער זאַך װעגן װאָס איך װעל יאָ שרײַבן. אין מײַן אַקאַדעמישן לעבן פֿאָרש איך אױס די ייִדישע שפּראַך בײַ די הײַנטצײַטיקע חסידים, איר סאָציאָלינגװיסטישע סיטואַציע (דאָס הײסט װי מ’באַנוץ זיך מיט דער שפּראַך און װאָס מ’מײנט דערפֿון) און איר לינגװיסטישע סיטואַציע (דאָס הײסט װי מ’רעדט ייִדיש הײַנט אין באָראָ פּאַרק, װיליאַמסבורג, און אין די הײמישע שטעטלעך און דערפֿלעך פֿון שטאַט ניו יאָרק און װי אַזױ די הײַנטצײַטיקע ייִדיש דאָרטן איז אַנדערש פֿון דער אַמאָליקער ייִדיש װאָס מ’האָט גערעדט אין אײראָפּע פֿאַרן דריטן חורבן). צוליב דעם װאָס איך בין ניט קײן חסיד און איך פֿאָרש אױס די הײַנטצײַטיקע הײמישע אידיש, פֿרעגט מען מיך אָפֿט װעגן מײַנע מײנונגען איבער אָט דער טעמע. אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש האָט מיך לעצטנס געפֿרעגט ”װאָס טוט זיך איצט מיט דער חסידישער ייִדיש?“ און אױף אָט דעם פֿראַגע האָב איך געענטפֿערט ”װאָס זאָל זיך טוען? מ’רעדט, מ’האָט (קיין עין הרע) פֿילע קינדערלעך און כאָטש די שפּראַך בײַט זיך כּסדר פֿאַרשטײט אײנעם דעם צװײטן װען מענטשן פֿון אַנדערע לענדער טרעפֿן זיך.“ אַז איך פֿאָרש אױס בפֿירוש די קינדער ליטעראַטור בײַ הײַנטצײַטיקע חסידים פֿרעגט מען מיך פֿאַרװאָס איך פֿאָרש אָט די ליטעראַטור און װעגן מײַנע אײַנדרוקן. ”װאָס שרײַבט מען הײַנט פֿאַר קינדער אױף ייִדיש בײַ זײ?“

”קינדער ליטעראַטור“ ענטפֿער איך, האַלב סאַרקאַסטיש האַלב ערנסט. ”און מ’שרײַבט טאַקע עכטע ליטעראַטור בײַ זײ?“ האָט געפֿרעגט אײנער אַ ייִד װעלכער האָט טאַקע געדאַרפֿט בעסער װיסן אײדער צו פֿרעגן אַזאַ נאַרישע פֿראַגע.”יאָ“, האָב איך געענטפֿערט ”מ’שרײַבט עכטע ליטעראַטור בײַ זײ. גוטע ליטעראַטור, שלעכטע ליטעראַטור, און אײן מאָל אין אַ מזלדיקע שעה לײען איך עפּעס װאָס איז טאַקע זײער געראָטן, געװײנטלעך אַ ליד אין אַ זשורנאַל װאָס הײסט מעלות.“ נאָך דעם װאָס איך װער מיד מיט די פֿראַגעס (פֿאַרשטײט זיך אַז ס’רבֿ מאָל זענען די פֿראַגעס נישט אַזױ נודנע און נאַריש װי אין יענעם פֿאַל), רעקאָמענדיר איך אַז זײ זאָלן לײענען מײַן פֿאָרש אַרבעט װעגן אָט דער טעמע. אָבער װען איך דערקלער אַז די גאַנצע אַרבעט אַנטהאַלט 90 זײַטלעך, פֿאַרלירט מען דעם חשק זי טאַקע צו לײענען.

אָבער ס’טרעפֿט זיך אַז נאָך דער קינדער ליטעראַטור און די װעכנטלעכע צײַטונגען (װאָס זענען אפֿשר די באַקאַנצע פֿון אַלע מאַטעריאַלן פֿאַרבונדען מיטן הײַנטצײַטיקן חסידיש-ייִדיש בײַ די ייִדישיסטן), האָט מען אױף ייִדיש טאָג-טעגלעכע ראַדיאָ פּראָגראַמען דורך די טעלעפֿאָן-ליניעס אױף אַזױ גערופֿענע ”האָט-לײַנס.“ דער גרעסטער און באַקאַנסטער הײסט קול מבשר. די פּראָגראַמען אױף קול מבשר אַנטהאַלטן פֿילע טעמעס און פֿאַר אַ באַזונדערער טעמע דריקט מען אַ באַזונדערן צוגאָב-נומער (ב’לשון אַמעריקע ”עקסטענשין“) און יעדע טעמע פֿאַרמאָגט זײַן אײגענע אָפּטײלונג מיט זײַנע אײגענע רעדאַקטאָרן. די נײַעס בולעטינען זענען אָפֿט זײער געראָטן, ניט געקוקט אױף דעם װאָס מ’רעדט אַזױ שנעל אַז ס’קומט אָן שװער צו פֿאַרשטײן פֿאַר מענטשן, אַפֿילו די װאָס רעדן טאַקע ייִדיש פֿון דער הײם, װאָס קענען ניט די הײַנטצײַטיקע חסידישע ייִדיש (מ’רעדט אַזױ שנעל כּדי אײַנצופּאַקן װאָס מער אינפֿאָרמאַציע אין װאָס װײניקע צײַט). אַחוץ נײַעס קען מען הערן אינטערװיוען װעגן כּלערלײ טעמעס, מעדיצינישע אָנװײַזונגען, קאָמישע פּאַסירונגען, טראַפֿיק דערהײַנטיקונגען, שיעורים, װעטער באַריכטן, און אַזױ װײַטער. פֿאַרשטײט זיך אַז מ’הערט דאָרטן פֿילע רעקלאַמעס װײַל פֿון דעם שאַפֿט מען כּמעט אַלע רװח. אפֿשר די דערשטױנענדיקסטע אױפֿטו פֿון קול מבשר איז װען זײ סטרימען“ (דאָס הײסט טראַנסמיטירן דירעקט) אָדער פֿון אָדער װעגן אַ געשעעניש אין דער מאָמענט (”לײַװ“) אױף ייִדיש. מ’טוט אַזױ מיט פּרעסע קאָנפֿערענצן און אַפֿילו די איצטיקע רעפּובליקאַנער פּרעזידענטישע דעבאַטעס. צװישן די אַלע אָפּטײלונגען געפֿינט מען אַ ביזנעס-אָפּטײלונג אין װאָס ס’טרעטן אַרױס פֿאַרשידענע חסידישע פֿינאַנציעלע מומחים װאָס ראַטן די צוהערער װעגן כּלערלײ געשעפֿטלעכע ענינים. פֿונעם צוהערן צו אָט דער אָפּטײלונג קען מען אין גיכן דערװיסן אַ סך װעגן דער איצטיקער פֿינאַנציעלער לאַגע בײַ די חסידים בכלל און זײער באַציונג צו דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע בפֿרט. (ב’קיצור, טענהן אַ סך חסידים מיט שטאָלץ אַז זײ זענען ניט “מאָדערן”, ד’ה ניט אַסימילירט אין דער ברײטערער גױיִשער געזעלשאַפֿט. לגבי שפּראַך, קלײדונג און נעמען, זענען זײ צום מערסטן טײל גערעכט. מ’רעדט ייִדיש און אַפֿילו װען מ’רעדט ענגליש רעדט מען עס אױף אַ באַזונדערן אױפֿן. מ’טראָגט צניעותדיקע קלײדער אָדער מלבושים װאָס נאָר חסידים טראָגן אַז מ’זאָל גלײַך דערקענען אַז מ’איז אַ הײמישן ייִד. און מ’נוץ ייִדישע (און בפֿרט אַשכּנזישע) נעמען װאָס מ’הערט ניט בײַ אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדן אָדער ניט פֿרומע ישׂראלים. איז, װען ס’קומט צו קולטור לעבן די חסידים אָפּגעזונדערט און אומאַסימילירט. אָבער עקאָנאָמיש גערעדט זענען די חסידישע געזעלשאַפֿטן אין גאַנצן אַסימילירט אין דער ברײטערער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע. 

מ’פֿאַרמאָגט די אײגענע געשעפֿטן און אַ פּאָר פֿון די אײגענע אינדוסטריעס (יודאַיִקאַ, משגיח) אָבער די-אָ געשעפֿטן און דאָס פֿליסן פֿון געלט זענען געקניפּט און פֿאַרבונדען מיטן רעשט פֿון דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע. ד’ה אַז מ’איז אַן אײגנטימער פֿון אַ ביזנעס, נעמט מען אָנטײל אינעם אַקטועלן קאַפּיטאַליסטישן סיסטעם װאָס איז לװ-דװקא מאָדערן.) אָבער לאָמיר צוריקקערן צו דער ביזנעס-אָפּטײלונג פֿון קול מבשר. אין יענער אָפּטײלונג טרעטן אױס אַ פּאָר פֿינאַנציעלע ”מומחים“ (ס’פּאַסט טאַקע בעסער זײ אָנצורופֿן ”גורוס“ אָבער דאָס װאָרט איז אפֿשר ניט אַלעמען באַקאַנט) װאָס לערנען די צוהערער װעגן כּלערלײ עקאָנאָמישע ענינים און דערמוטיקן זײ צו מאַכן מער געלט אָדער ”אַרױסצוקריכן“ פֿון חובֿות. די לעקציעס (װאָס זײ רופֿן אָן ”שיעורים“ און דװקא ניט”לעקציעס“ אָדער ”לעסאָנס“) זענען נישט נאָר אַ מיטל איבערצוגעבן אינפֿאָרמאַציע נאָר אַ מיטל צו געבן װאָס בײַ די חסידישע ייִדן הײסט ”חיזוק“, ד’ה גײַסטלעכע אונטערשטיצונג, עפּעס װאָס העלפֿט אַנדערע צו קענען טאָן די מיצװות װי ס’דאַרף צו זײַן. איז, אין אַ געװיסן אױפֿן קען מען זאָגן אַז די פֿינאַנציעלע ”גורוס“ שטיצן ניט נאָר זײערע צוהערער פֿינאַנציעל נאָר אױך העלפֿן מקײם צו זײַן זײערע קהילות. ל’משל, ס’איז ניט צופֿעליק װאָס די לעקציעס הײסן ”שיעורים“ װײַל אין יענע שיעורים רעדט מען אָפֿט אַזױ פֿיל פֿון רעליגיע װי מ’רעדט פֿון געלט. אַז אַ גױיִשער פֿינאַנציעלער ”גורו“ גײט פֿאַרקױפֿן זײַן סחורה, פֿאַרקױפֿט ער אָפֿט בטחון אין זיך אַלײן און זײַן מעטאָדיק צוזאַמען מיטן עצה אַז זײַנע צוהערער זאָלן האָבן מער צוטרױ צו זײערע אײגענע פֿעיִקײטן. בײַ די הײמישע פֿינאַנציעלע”גורוס“ פֿאַרקױפֿט מען אױך בטחון אין זיך אַלײן נאָר נאָך װיכטיקער פֿאַרקױפֿט מען דאָס האָבן בטחון אינעם אײבערשטן. און כאָטש די ”שיעורים“ פֿאַרמאָגן געװיסע קריטיקן פֿון דער חסידישער געזעלשאַפֿט (מ’רעדט אָפֿט דאָרטן פֿון דעם װאָס מ’דאַרף נאָך אַ ”שטראָם פֿון רװח“ אױסצוהאַלטן אַ משפּחה װאָס איז געבענטשט מיט פֿילע קינדערלעך װײַל מ’האָט ניט אָדער די דערציונג אָדער די שפּראַכלעכע פֿעיִקײטן װאָס מ’דאַרף האָבן כּדי צו באַקומען אַ גוט באַצאָלטע שטעלע נאָכן פֿאַרענדיקן זיך די ישיבֿה), פּרובירן די גורוס צו באַװײַזן אַז מ’קען אױסהאַלטן אַ משפּחה פֿינאַנציעל אָן קײן װעלטלעכע דערציונג. אײנער פֿון די באַקאַנטסטע פֿינאַנציעלע ”מומחים“ און (איך האַלט) דער פֿאַרװײַלונגסטער, צוציִענדיקסטער און קאָלירפֿולסטער, װאָס רעדט אױף קול מבשר איז אַ ניו-יאָרקער ייִד װאָס הײסט לוזער לאַנדאָ. לוזער לאַנדאָ איז דער אײגנטימער פֿון אַ סעריע גאָר דערפֿאָלגרײַכע לערן-פּראָגראַמען אױף ד. װ.ד. װאָס הײסן “סנעפּ עהיד” (און װאָס ער זעץ איבער אױף ייִדיש װי ”שטײַג העכער“) און װאָס ער פֿאַרקױפֿט דורכן אינטערנעט. ס’מערסטע טײל פֿון זײַן װעבזײַטל איז געצילעװעט אױף פֿאַרקױפֿן אָט די ד. װ.ד.’ס און זײַנע ענלעכע פּראָדוקטן (למשל אַ פּריװאַטע ”באַראַטונג/קאָנסולטאַציע“ בײַ אים קאָסט 150 דאָלאַר אַ שעה). כּדי צו פֿאַרקױפֿן זײַנע ”שטײַג העכער“ פֿילמען װעגן װי אַזױ מ’קען אױפֿשטעלן אַן ”אי-ביזנעס“ (ד’ה אַ געשעפֿט װאָס פֿירט זיך דורכן פֿאַרקױפֿן פּראָדוקטן אױפֿן אינטערנעט), האָט ער אַרױפֿגעשטעלט אַ צוציִענדיקע פֿילמירטע רעקלאַמע פֿון 41 מינוט װאָס איז ב’אמת אַן ”אינפֿאָמערשעל“ און ס’איז קלאָר װי דער טאָג אַז די טעלעװיזיע רעקלאַמעס האָבן געהאַט אַ שטאַרקע װירקונג אױף זײַן סטיל. בײַם אָנהײב פֿון דער רעקלאַמע גײט ער פֿאָרענט פֿונעם פֿילם-קאַמערע טראָגנדיק אַ שײנעם פּעלצערנעם היטל און שטײט פֿאָרענט פֿון אַ בילד פֿון שטאָט ניו יאָרק און זאָגט ”העלאָ, אינטערנעט אינטערנעט אינטערנעט יעדער אײנער רעדט פֿון אינטערנעט, די גאַנצע װעלט רעדט פֿון אינטערנעט“ און דערקלערט װי אַזױ דאָס באַצאָלן די נײטיקע 500 דאָלאַר פֿאַר זײַנע פֿילמירטע שיעורים װעט דערמעגלעכן יעדן ייִד צו לערנען װי אַזױ צו באַקומען גענוג פּרנסה פֿונעם אינטערנעט אַז מ’זאָל קענען שטיצן אַ משפּחה װי ס’דאַרף צו זײַן. אָט איז די גאַנצע רעקלאַמע 

500 דאָלאַר איז דאָך אַ קאָלאָסאַלע סומע געלט און אױב מ’געבט אַ טראַכט דערפֿון קען מען אין גיכן אױסרעכענען אַז ער דאַרף פֿאַרקױפֿן נאָר 100 פֿון אָט די ד. װ.ד. סעריעס צו מאַכן 50,000 דאָלאַר אַ יאָר! און דאָס איז נאָר אײנער פֿון זײַנע פֿילע פּראָדוקטן. אײן זאַך װעגן אָט דער ”אינפֿאָרמערשעל“-רעקלאַמע װאָס איז כּדאַי צו באַמערקן איז אַז ניט געקוקט אױף דעם װאָס די רעקלאַמע איז צוטריטלעך דװקא דורכן אינטערנעט, װאָרנט ער פֿיל מאָל אַז דער אינטערנעט איז אַ געפֿערלעכע זאַך װאָס קען גורם זײַן אַ סך שאָדנס. ער שטרײַכט אונטער און באַטאָנט אַז מ’טאָר נוצן דעם אינטערנעט נאָר פֿאַר פֿינאַנציעלע צװעקן און ניט פֿאַר קײן שום פֿאַרװײַלונג. 

אין אַ צװײטן עפּיזאָד פֿון זײַן סעריע װאָס איז אָריגינעל דערשינען אױף קול מבשר און הײסט געדאַנקען“ סײַ אױף ייִדיש און סײַ אױף ענגליש, זאָגט ער ב’קיצור אַז דאָס גײן אין אַן אַמעריקאַנער אוניװערסיטעט איז ניט נײטיק און אַז דער גאַנצער סיסטעם פֿון דערציונג אין אַמעריקע איז קאָרופּטירט. ער טענהט אַז מ’קען לערנען אַלצדינג װאָס מ’דאַרף פֿונעם אינטערנעט און בפֿרט (און אפֿשר ס’איז בײַ אים גאָרנישט קײן איראָניע) פֿון די אוניװערסיטעטן װי מ.אי.ט. װאָס שטעלן אַרױף זײערע קורסן אױפֿן אינטערנעט אַז מ’זאָל קענען זען די קלאַסן אָן באַצאָלן קײן שום שכר-לימוד.

פֿאַר דעם װאָס איך זאָג מער װעגן זײַנע אַנדערע בראַזשנעס“ װעל איך מאַכן אַ פּאָר אָבסערװאַציעס לגבי זײַן שפּראַך באַנוץ. בקיצור, איז זײַן ייִדיש אַזױ פֿאַרפּעסטיקט מיט ענגליש אַז מ’דאַרף קענען סײַ ייִדיש און סײַ ענגליש צו פֿאַרשטײן אַפֿילו אײן זאַץ פֿון דאָס װאָס ער זאָגט. איך קען גוט די הײַנטצײַטיקע חסידישע ייִדיש און איך רעד ניט פֿון די נאָרמאַלע ענגלישע װערטער װאָס מ’הערט אין איר אין ניו יאָרק װאָס פֿרומע ייִדיש-רעדנדיקע אין בעלגיע און ישׂראל אַלע קענען און װאָס זענען אַן אינטעגראַלן טײל פֿון זײער װערטער-אוצר. נײן, איך רעד פֿון גאָר פּשוטע װערטער װאָס ס’קלינגט אַז ער פֿאַרגעסט זײ בײַם רעדן װײַל ער נוצט די ענגלישע װערטער פֿאַר “פֿאַרענדיקן”, ”צוקונפֿט“, און אַפֿילו ”צוטײלן“ (ער זאָגט “שערן”). ב’אמת, קלינגט עס אָפֿט װי ער טראַכט גאָר אױף ענגליש און פּרובירט אַלצדינג איבערצוזעצן אין קאָפּ בײַם רעדן װײַל ס’איז נישט נאָר זײַן װערטער אוצר נאָר אױך די פֿראַזעס װאָס ער נוץ װאָס זענען גאָר אַנגליצירט. ס’קען קלינגען טשיקאַװע װאָס אַ חסידישער ייִד פֿון באָראָ פּאַרק זאָל באַהערשן ענגליש בעסער פֿון ייִדיש אָבער װען מ’געבט אַ טראַכט װעגן דעם אַז ער פֿאַרנעמט זיך מיט ביזנעס און זײַן ביזנעס קומט פֿאָר אױף ענגליש, ליגט עס אין גאַנצן אױפֿן שׂכל. אָבער ס’איז אינטערעסאַנט װײַל פֿאַר אַ ייִד װאָס רעדט אַזױ פֿיל פֿון ”מאַרקעט-שעיִר“ (דאָס הײסט װיפֿל פּאָטענציעלע קונים אַ סוחר קען דערגרײכן), פֿאַרלירט ער אַ האַלב פֿון זײַנע פּאָטענציעלע קונים צוליב דעם װאָס מ’דאַרף גאָר קענען צװײ שפּראַכן צו פֿאַרשטײן זײַנע עצות! אַפֿילו צו באַשטעלן זײַנע ד. װ. ד’ס דאַרף מען גאָר קענען ענגליש װײַל ער געבט די טעלעפֿאָן-נומערן אױף ענגליש און רעדט שטענדיק פֿון ”שיפּן-קאָסץ“ און ”פּעקעדזש-דילז.“ אַ הײמישער סוחר אין אַנטװערפּן װאָלט ניט געקענט געבן אַן עצה מיט זײַן רײד. און אױב מ’דאַרף גאָר קענען ענגליש צו לערנען פֿון זײַנע שיעורים, טרעפֿט זיך אַז ס’זענען טױזנטע אַנדערע קורסן װאָס מ’קען נוצן אָפֿט ענגליש. איז, ס’זעט אױס װי די סיבה פֿאַרװאָס ער רעדט אױף ייִדיש איז ניט צו דערמעגלעכן אַז ייִדיש-רעדנדיקע זאָלן האָבן צוטריט צו אַזאַ לערן-פּראָגראַם נאָר אַז ער נוץ זײַן ייִדיש װי אַ באַװײַז אַז ער איז אַ פֿרומער ייִד און זיך צו אידענטיפֿיצירן װי עמעצער אױף װעמען אַ הײמישער ייִד קען פֿאַרלאָזן צוליב זײַן הינטערגרונט. פֿאַר די װאָס זענען אין גאַנצן צװײשפּראַכיק אָדער אפֿשר װאָס רעדן ענגליש בעסער פֿון ייִדיש ניט געקוקט אױף זײער הײמישן אָפּשטאַם, געבט אַלע ענגלישע טערמינען װאָס ער נוץ זײַן פּובליקום אַ מין אמונה אין זײַנע קענטנישן װײַל ס’דינט װי אַ באַװײַז אַז ער באַהערשט סײַ די װעלט פֿון ייִדישער רעליגיע און סײַ די װעלט פֿון פֿינאַנץ. ניט געקוקט אױף דעם װאָס ער שטעלט זיך פֿאָר װי אַ פֿינאַנציעלער מומחה, זענען אַ סך פֿון זײַנע שיעורים מער װײניקער אינעם זשאַנער פֿון װאָס אָפֿט ענגליש הײסט אַ ”לײַף-קאָטש“ (אַ מין ראָטגעבער פֿאַר די װאָס קענען ניט באַשליסן װאָס צו טאָן) אָדער אַן ”אינספּירירנדיקער רעדנער“ (עמעצער װאָס פּרובירט צו אינספּירירן אַ סך אַנדערע מענטשן מיט אַ מאָל דורכן רעדן פֿאָרנט פֿון אַן עולם) און װי די רעדנערס פֿונעם סאָרט רעדט ער אָפֿט מיט רירנדיקע משלים װאָס האָבן ניט קײן קלאָרע פּרטים און קענען זיך ניט גרינג אַפּליקירט װערן צו דער װירקלעכקײט. אָט איז אַ גוטן משל פֿון אַזאַ שיִער 

איך האָב גאָרנישט קעגן דעם אָבער ס’איז אינטערעסאַנט אַז װען מ’הערט צו צו רב לאַנדאָ דערקענט מען אַז ער טוט דרײַ אָדער פֿיר פֿאַרשידענע זאַכן מיט אַ מאָל. ער געבט פֿינאַנציעלע עצות (און מער אָפֿט) פּרובירט צו אינספּירירן אַנדערע און ער טוט בײדע אינעם רעליגיעזן קאָנטעקסט פֿון ”חיזוק.“ ס’איז װיכטיק צו באַמערקן אַז װען מ’פֿאַרקױפֿט אַ פּראָדוקט װאָס איז געצילעװעט נאָר פֿאַר אַ הײמישן עולם האָט דער פּראָדוקט שטענדיק אַ רעליגיעזן כאַראַקטער אַפֿילו װען דער הױפּט מאָטיװ פֿאַרן פּראָדוקט האָט גאָרנישט צו טאָן מיט רעליגיע. איז, די קינדער-ביכער װאָס לערנען צו לײענען און שרײַבן ייִדיש לערנען רעליגיעזע װערטן, די ביכער װאָס לערנען װי אַזױ צו מאָלן זאָגן די קינדער צו טראַכטן פֿון די װוּנדערן פֿונעם אײבערשטן אינעם זעלביקן מאָמענט אין װאָס מ’מאָלט זײ אָן. איז, ס’זאָל ניט זײַן קײן חידוש אַז אַפֿילו אין אַ קורצן שיִער פֿון פֿינעף מינוט נוץ זײַן פּרעזענטאַציע כאַראַקטעריסטישע עלעמענטן פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערן.

דער אײנציקער פּראָדוקט פֿון רב לאַנדאָ װאָס מאַכט מיר אומבאַקװעם זענען זײַנע פּסיכאָלאָגישע פּראָדוקטן װאָס זאָלן דינען װי אַ מין פּסיכאָטעראַפּיע פֿאַר די װאָס לײַדן פֿון גײַסטיקע פּראָבלעמען. ס’איז אומקלאָר אױב רב לאַנדאָ אָדער די אַנדערע װאָס מאַכן די-אָ”טעראַפּיע“ רעקאָרדירונגען האָבן טרענירונג אָדער זענען קװאַליפֿיצירט אױף דעם געביט. װײַל די פּסיכאָטעראַפּיע איז געװײנטלעך באַזירט אױף דער באַציונג צװישן דעם פּאַציענט און זײַן טעראַפּיסט און דער טעראַפּיסט פּאַסט געװײנטלעך צו זײַנע טעראַפּישע מיטלען צו די פּראָבלעמען פֿון אַן אינדיװידולען פּאַציענט און זײַן סיטואַציע. צוליב דעם איז דער גאַנצער צוגאַנג פֿון אַ טעראַפּיע פּראָדוקט געצילעװעט אױף אַ ברײטערן עולם מיט פֿאַרשידענעאַרטיקע פּראָבלעמען מיר מאָדנע. די פּראָדוקטן זענען יאָ צעטײלט אױף פֿאַרשידענע גרופּעס (בחורים, מאַמעס, לערערס, מענטשן װאָס לײַדן דורך שװערע צײַטן און אַזױ װײַטער). די פּסיכאָטעראַפּישע רעקאָרדירונגען זאָגן די צוהערער זיך צו באַרויִקן און מ’שפּילט מוזיק און זאָגט די צוהערער נאָכצוחזרן דאָס װאָס דער רעדנער זאָגט. װי די ביזנעס ”געדאַנקען“, זענען די פּסיכאָטעראַפּיע שיעורים פֿון ה’קול קול יעקבֿ אױך אַ פֿאָרעם פֿון רעליגיעזער אונטערשטיצונג װײַל זײ זאָגן די צוהערער אַז זײ האָבן אָדער זאָלן האָבן בטחון אינעם אײבערשטן. דער שיִער פֿאַר בחורים זאָגט די צוהערער אײַנצוקנעלן אין זיך אַ סך פֿאַקטן װאָס זאָלן זײ פֿאַרזיכערן אַז אַלצדינג אינעם לעבן איז אין אָרדענונג און דער הױפּט פֿאַקט איז אַז דער אײבערשטער פֿירט אָן און קאָנטראָלירט אַלץ. אָבער דער שיִער געבט ניט קײן לײזונגען און ס’פֿרעגט זיך די פֿראַגע ”פֿאַרװאָס װאָלט מען געדאַרפֿט אַזאַ רעקאָרדירונג אױב אַלצדינג איז שױן אין אָרדענונג?“ דאָס איז װאָס לײגט זיך ניט אױפֿן שׂכל מיט אַזאַ מין פּסיכאָטעראַפּישע ”זעלבסט-הילף“ פּראָגראַם פֿאַר אַ ברײטערן עולם (און דאָס איז, אַװדאי, ניט נאָר פֿון די פּראָגראַמען פֿאַרן הײמישן עולם נאָר אַלע טױזנטע אַזעלכע פּראָגראַמען בכלל).

נו, איר קענט אַלײן צוהערן און מיך זאָגן װעגן אײַערע מײנונגען און רעאַקציעס.
דער טײל פֿאַר מענטשן װאָס גײן דורך אַ שװערן מצבֿ אַנטפּלעקט אױך רב לאַנדאָ'ס צוגאַנגען און מעטאָדן. 

אַזױ װי די”שיעורים“ פֿאַר סוחרים, װאָלט עמעצער װאָס קען ניט סײַ ייִדיש און סײַ ענגליש ניט געקענט געבן קײן עצות מיט רב לאַנדאָ’ס שיעורים. ל’משל אינעם טײל פֿאַר בחורים רעדט ער כּמעט 20 מאָל װעגן דעם אַז די צוהערער װעלן האָבן אַ ”גוטן פֿוטשור.“ װען אַ צוהערער װאָלט ניט געקענט קײן ענגליש װאָלט ער ניט אַפֿילו געװוּסט װעגן װאָס מ’ראַט אים ניט צו זאָרגן (זײַן צוקונפֿט)!


נו, קײן בעל-בטחון בין איך געװענטלעך ניט אָבער איך האָב מער בטחון אין זיך װי קײן ”סעלף-העלפּ “ גורוס, ניט געקוקט אױף דעם אױב זײ זאָלן רעדן ייִדיש אָדער ענגליש. און אַזױ װעל איך טאַקע ענדיקן מיטן דאָזיקן גאָר לאַנגן פּאָסט: אױב איר פֿילט אַז איר דאַרפֿט הילף מיט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון אײַער לעבן, העלפֿט זיך דורכן רעדן מיט מענטשן װאָס איר קענט טאַקע און גײט ניט צו קײן מענטשן װאָס זאָגן אײַך אַז איר דאַרפֿט זײער ”זעלבסט-הילף“ כּדי צו העלפֿן זיך אַלײן.

תגובה 1:

  1. זײער אַ געראָטענער פּאָסט פֿאַר די , װאָס פֿאַראינטערעסירן זיך מיטן חסידישן ײדיש, אַ ײשר-כּוח !
    הײנט צו טאָג לערן איך זיך ײדיש זינט אַ יאָר און אַ האַלב און פֿון אָנהײב אָן האָב איך צוגעהערט צו אַ סך חסידיש ײדיש, מערסטנס אױפֿן װעבזײטל www.kolhalashon.com .אװדאי בין איך נישט קײן מומחה אױף דעם געביט אָבֿער זײער ײדיש האָט אין זיך עפּעס אַ טעם װאָס געפֿעלט מיר.
    כ'װאָלט געװען זײער צופֿרידן צו לײענען דײן ביכל לגבי חסידיש ײדיש.

    אפֿשר קענסטו אױך דערצײלן אַ ביסל װעגן װי אַזױ מ'קען שטודירן די לשון החסידים אױפֿן אָרט. צי קען מען פּשוט גײן אין די חסידישע געגנטן און רעדן מיט מענטשן, ס'איז נישט אומבאַקװעם פֿאַר זײ ?
    איך פֿרעג דיר, װײל איך װױן לעבן אַנטװערפּן שױן אַ פּאָר חדשים און װײס נישט אױב ס'איז פּאַסיק פֿאַר אַ גױיִשן ײדישיסטן צו כאַפּן אַ שמועס מיט חסידים.

    השבמחק